Vi arbetar för folk- och djurhälsan

נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן

  • Publicerad: 30 november 2021
  • Senast uppdaterad: 30 november 2021

צי געהערט איר צו אײנער פֿון די פֿינף שװעדישע נאַציאָנעלע מינאָריטעטן – ייִדן, ראָמען, שװעדישע פֿינלענדער, סאַמען אָדער טאָרנעטאָלינגער? דאַן, האָט איר פֿאַרגרעסערטע רעכט און מעגלעכקײטן אין דער פֿאַרבינדונג מיט קאָמונעס און מלוכישע אינסטאַנצן.

איר האָט דאָס רעכט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע װעגן אירע רעכט, אומאָפּהענגיק פֿון דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט־שפּראַך אירער אָדער װוּ אין שװעדן איר װוינט. איר װאָס װוינט אין אַ קאָמונע אין אַ "פֿאַרװאַלטונג־שטח" האָט אויך דאָס רעכט צו קאָמוניקירן מיט אינסטאַנצן אויף אײַער שפּראַך, אי שריפֿטלעך, אי בעל־פּהיִק. ס'מוז, אָבער, האַנדלען זיך װעגן אַן ענין מיט שײַכות צום אַקטועלן "פֿאַרװאַלטונג־שטח". איר אַלײן באַשליסט צי איר געהערט צו אַ נאַציאקנאַלער מינאָריטעט צי ניט.

אויך מחוץ די "פֿאַרװאַלטונג־שטחים" האָט איר אַ רעכט צו ניצן פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש װען איר, שריפֿטלעך אָדער בעל־פּהיִק, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַן אינסטאַנץ, טאָמער, איר האָט אַן ענין בײַ דער אינסטאַנץ און עמעצער פּאַסיק דאָרטן קענט יאָ רעדן די שפּראַך.

דער מעדיצין־אַדמיניסטראַציעס גרונטיקע אַרבעט

די מעדיקאַמענט־אַדמיניסטראַציע באַשטעטיקט מעדיקאַמענטן און זעט איבער אַנדערע פּראָדוקטן מיט שײַכות צו אַפּטײקװאַרג, אויך נאַרקאָטיקע. מע אַרבעט אויף אַ נאַציאָנאַלן און אויך, פֿון צײַט צו צײַט, אויף אַן אײראָפּעישן און אינטערנאַציאָנאַלן ניװאָ.

מיר שיצן און היטן אָפּ אײַער שפּראַך און אײַער קולטור

דאָס געזעץ (2009:724) װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן גילטן איבערן גאַנצן שװעדן. לויטן דאָזיקן געזעץ מוזן מלוכישע אינסטאַנצן און אַדמיניסטראַציעס שיצן און אָפּהיטן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן און אויך די מינאָריטעטנס מעגלעכקײטן צו אָפּהיטן און אַנטװיקלען זײערע קולטורן אין שװעדן.

מיר מוזן אויך פֿאַרזיכערן אַז די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָבן אַ דעה װען ס'קומט צו ענינים װאָס װירקן אויף זײ און, אַזוי פֿיל װי מעגלעך, אַרבעטן צוזאַמען מיט רעפּרעזענטאַנטן פֿאַר די מינאָריטעטן מיט אַזוינע ענינים.

דער סאַמישער פּאַרלאַמענט (סאַמע־טינגעט) און דער רעגיאָנאַלער אַמט אין שטאָקהאָלם טראָגן דאָס אַחריות צו קאָאָרדינירן די שװעדישע פּאָליטיק און קאָנטראָלירן אַז מע האָט די דאָזיקע פּאָליטיק דורכגעפֿירט אין די שװעדישע קאָמונעס.

געזעץ (2009:724) װעגן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן (שװעדיש)

װעלכע קאָמונעס זענען אַ טײל פֿון אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח? (שװעדיש)

שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

די מעדיקאַמענט־אַדמיניסטראַציע
אָפֿן: װאָכנטעג 08.00 ביז 16.30
טעלעפֿאָניסט: 018-174600
בליצפּאָסט: 
registrator@lakemedelsverket.se